בית אהרן, מילי דרבנןBeit Aharon, Aphorisms
א׳מילין דרבנן מאדומו"ר זצוקללה"ה זי"ע
א אז איך בין צווייא לייטיק ווייס איך אז איך בין זעכצעהן לייטיק. אז איך בין זעכצעהן לייטיק ווייס איך אז איך בין צוויי לייטיק:
א אז איך בין צווייא לייטיק ווייס איך אז איך בין זעכצעהן לייטיק. אז איך בין זעכצעהן לייטיק ווייס איך אז איך בין צוויי לייטיק:
1
ב׳ב איז מען ארום איז מען אויף גיהייבין. איז מען אויף גיהויבין איז מען ארום:
2
ג׳ג אז מיא שרייט ווען מיא וויל. וויל מען ווען מיא שרייט ניט. אז מיא וויל ניט ווען מיא שרייט. שרייט מען ניט ווען מיא וויל:
3
ד׳ד אז מיא האט יראה איז דאך גוט. אויב ניט ח"ו פשיטא דארף מען זיין בפחד ובמורא:
4
ה׳ה כל חללי דעלמא אינם שוים כלל נגד חוט השערה של יראה:
5
ו׳ו יראה אן אהבה איז ניט קיין שלימות. אהבה אן יראה איז גאר נישט:
6
ז׳ז חכמה אן הארץ איז גאר נישט:
7
ח׳ח כל זמן מיא מאכט זיך ניט חשוב קאן מען קיין רגילות ניט אוועק ווארפין:
8
ט׳ט פרום איז פאלש:
9
י׳י מיט איין שטיקעלע פרישקייט קאן מען אלץ אריבער:
10
י״איא דאס איז איין שטראף פון השי"ת אז מיא טוהט איין מצוה און לייט ווייסין דער פון. רק ואת צנועים חכמה:
11
י״ביב דרייא זאכין האב איך ליב מיזאל אפ טאן וואס צום גיכסטין. התאוה. ודרך. ומרחץ:
12
י״גיג ווען מיא זאל זיך היטין מהרע מחמת רחמנות על עצמו איז אויך גוט:
13
י״דיד דאס הארץ דארף זיין אן גיקניפט אין דעם ארומאן וויא אין דעם שענסטין:
14
ט״וטו מיא גיהער מורא האבין פאר דעם ארומאן וויא פאר איין שווערד:
15
ט״זטז אז מיר זאל זיך גלוסטין צוא דאוונען פאר דעם עמוד וואלט איך מיר וכו':
16
י״זיז איך האב ניט ליב מאריך בתפלה זיין. אין עבדות הבורא יוא:
17
י״חיח מה שיחטוף אדם להכין לו ביום השוק מה טוב. ואך הוא קנינו:
18
י״טיט את הכל יוכלו ליקח מאתי. אך לא יוצרי מלבבי:
19
כ׳כ אז עס איז גוט טוהט מען דאך. און אז עס איז ניט גוט דענסמאלט איז ערשט גוט צוא טאן. און אז דער פון ווערט גוט איז טאקי גוט:
20
כ״אכא אז איין שעה איז גוט. איז דיא אנדערע שעה נאך בעסער:
21
כ״בכב העולם הזה הוא השפל מכל העולמות. ואולם הוא גבוה מכולם:
22
כ״גכג עס קאן ניט זיין אמת אפילו איין תנועה קטנה אן מס"נ:
23
כ״דכד אהבת חברים. אז עס מאכט זיך דבורים איז בוודאי גוט. אלא ניט. זיצט מען זיך אזוי אין איינעם מיט ליבשאפט:
24
כ״הכח לערנען מוז מען. דאוונען דארף מען:
25
כ״וכו אפילו עס דוכט זיך מיא וועט בעסער דאוונען ביחידות. איז אלץ בעסער בצבור:
26
כ״זכז איטליכער יוד האט איין טוליעגראף אין זיין מויל דורך אלע עולמות:
27
כ״חסליקו להו מילין דרבנן מאדומו"ר זצוקללה"ה זי"ע
28